"היט דיינע אויגן" (GYE) איז די פירנדע ארגאניזאציע אין דער אידישער וועלט פאר די וואס מוטשען זיך מיט נסיונות אין קדושה און אומריינקייט - אנגעפאנגען פון יונגע מענטשן וואס האבן נארוואס זיך אנגעפאנגען צו מוטשענען, ביז צו די וואס האלטן שוין אויף זייער א ווייטן שטאפל אין "אדיקשאן". אונזערע מיטלען און געצייגן מיט וואס מיר באנוצן זיך איז צושטאנד-געקומען דורך די אנווייזונגען פון די בעסטע עקספערטן אין דעם געביט און דורך די הילף פון הונדערטער אידן וואס האבן זיך שוין ב"ה אפגעריסן פון די שרעקליכע עדיקשאנס. אלע אונזערע סערוויסעס זענען אנאנים, פריוואט און פריי, און מ'קען זיך באנוצן דערמיט סיי וואו איבער דער וועלט.

דרוקט דא צו עפענען אן אנאנימער אימעיל אדרעס (צום ביישפיל: NewMan@gmail.com).

אנקעטע

כ'האב פרובירט עטליכע מאל זיך אפצושטעלן, אבער אָן ערפאלג - 26.9%
איך האב נישט אמת'דיג פרובירט זיך אפצושטעלן, אבער איך בין גרייט צו פרובירן - 15.4%
איך האב מצליח געווען זיך אפצושטעלן מיט מיינע אייגענע כוחות בס"ד - 7.7%
איך בין א מיטגלידער אין GYE און איך האב ב"ה געמאכט פארשריט - 50%

סך הכל שטימעס: 26